װיאַזױ זיך אַן עצה געבן מיט סטרעס און אומרואיגקײט פאַראורזאַכט דורך COVID-19

די אינפאָרמאַציע ערקלערט װיאַזױ איר קענט זיך אַן עצה געבן מיט סטרעס און אומרואיגקײט פאַראורזאַכט דורך COVID-19.

עס איז גאַנץ נאָרמאַל צו זײן אָנגעצױגן, אומעטיג אָדער באַזאָרגט צוליב COVID-19, בפרט װען איר זענט קראַנק אָדער עמיצער װעם איר האָט ליב איז קראַנק. געדענקט אַז עס איז נישטאָ קײן ריכטיגן אָדער אומריכטיגן װעג זיך אַן עצה געבן און יעדער אײנער ספּראַװעט זיך מיט סטרעס אַנדערש. דאָ האָט איר אײניגע זאַכן װאָס איר קענט טאָן צו געבן אַכטונג אױף זיך און זיך אַן עצה געבן מיט’ן סטרעס במשך די צײט.

  • שטײט אין פאַרבינדונג מיט אײערע משפּחה מיטגלידער און פרײנד. הגם איר קענט זיך פּערזענליך נישט זען מיט די װעם איר האָט ליב, קענט איר זײ רופן, טעקסטן און װידעאָ-שמועסן מיט זײ. עס קען זײַן בײהילפיג צו פּלאַנען טעגליכע רופן מיט די װעם איר האָט ליב װאָס איר קענט פאָראױסקוקן דערצו. איר קענט אױך פּרובירן צו װידעאָ-שמועסן מיט אײער משפּחה בשעת מאָלצײטן אָדער צו שפּילן צוזאַמען.
  • נעמט אַן איבעררײס פון די נײעס. הגם עס איז װיכטיג זיך צו האַלטן אפּדעיטעד מיט די נײעס במשך די צײט, קען עס זײן צופיל עס צו הערן. נעמט איבעררײסן פון קוקן, לײענען און זיך צוהערן צו די נײעס, אַרײנגערעכנט סאָשעל מידיאַ.
  • האַלט מיט מיט אַ סדר היום. הגם אײער טעגליכער סדר היום האָט זיך געטױשט, פּרובירט צו שאַפן אַ נײע װאָס איר קענט מיטהאַלטן דערמיט אין די צײט. געדענקט צו באַשטימען צײט צו רוען און נעמען אַן איבעררײס פון די נײעס. אויב עס זענען טײלן פון אייער סדר היום וואס זענן פעלנדיק, פּרובירט צו געפינען וועגן צו לייגן זיי צו אייער טאָג אַנדערש, אַזאַ ווי װירטועלע צוזאַמענטרעפן מיט פרײנד און משפּחה
  • געבט אַכטונג אױף אײער קערפּער. אױב איר געבט אַכטונג אױף אײער קערפּער, װעט איר נישט נאָר זיך שפּירן בעסער, נאָר עס קען אײך אָפּהיטן פון װערן קראַנק אױך. פּרובירט צו עסן געזונטע מאָלצײטן, טרינקט אויס אַמווייניגסטענס 6-8 (8-אונס) גלעזער וואַסער פּער טאָג, טאָן אַ ביסל פיזישע טעטיקייט (אַזאַ ווי גיין און סטרעטשינג) און באַקומען אַם וועניגסטענס 7 שעה שלאָף. עס קען אויך העלפן צו שטעלן דערמאנונגען פאר זיך אליין צו טון די געזונטע אקטיוויטעטן.
    • מאַכט איבונגען מיט מעמאָריאַל סלאָאַן קעטטערינג (MSK) קלינישע טויגיקייט ספּעציאַליסטן אין די ווידעא סעריע פון אינטעגראַטיװע מעדיצין דורך א באזוך אויף www.youtube.com/playlist?list=PLME9VJQhE-huAv4Haot7pMkG2-tnOulFi. װידעאָס שליסן אײן אַעראָביקס, כוח טרענירונג, קאָר אַרבעט און אײדעלע סטרעטשינג.
    • פּרובירט טיי צ’י מיט װידעאָס מיט MSK קאַמף קונסט טרענירער דורך א באזוך אויף www.mskcc.org/taichi. טײ טשי איז אַן אײדעלע מין איבונג װאָס מען קען טאָן אינדערהײם צו פאַרבעסערן באַלאַנס, שטאַנדהאַפטיגע אָטעמען, און אַראָפּברענגען אומרואיגקײט.
  • פאַנגט אָן אַ נײע האָבי. אױב איר פאַרברענגט אסך צײט אינדערהײם, קענט איר פּרובירן אָנפאַנגען אַ נײע האָבי אָדער טאָן עפּעס װאָס איר האָט ליב צו טאָן אָבער האָט נישט געהאַט קײן סך צײט דערפאַר. איר קענט לײענען אַ בוך, לעזן אַ פּאַזל, פּרובירן אַ נײע רעסיפּי, אָדער זען אַ נײע פּראָגראַם אױף די טעלעװיזיע.
  • פּרובירט אָפּשפּאַנונג טעכניקעס. אָפּשפּאַנונג טעכניקעס, אַזױװי טיף אָטעמען, סטרעטשינג און מעדיטאַציע קענען אײך העלפן זיך אַן עצה געבן מיט סטרעס.
    • הערט זיך צו צו אומזיסטע געפירטע מעדיטאַציעס כדי אײך צו העלפן זיך ספּראַװען מיט סטרעס, שלאָפן בעסער און זיך אָפּשפּאַנען דורך באַזוכן www.mskcc.org/meditation.
    • איר קענט אױך פּרובירן אַקופּרעשור (לײגן דרוק אױף קערפּערטײלן כדי זיך אָפּצושפּאַנען). זיך צו לערנען װיאַזױ צו טאָן אַקופּרעשור אױף זיך אַלײן, לײענט אונזער בלאַט Acupressure for Stress and Anxiety.
  • קריגט עמאָציאָנעלע חיזוק. MSK האָט פילע פּראָפעסיאָנאַלן, װאָלונטירן און חיזוק גרופּעס װאָס קענען אײך העלפן זיך אַן עצה געבן במשך די צײט. איר קענט זיך פאַרבינדן מיט סײ װעלכע רעסורסן אין דעם חלק װאָס הײסט רעסורסן אין MSK צו קריגן הילף.
    • איר קענט אױך געװאױר װערן צי אײער אַרבעט פּלאַץ האָט אַ ’הילף פאַר אָנגעשטעלטע’ פּראָגראַם (EAP). הילף פאַר אָנגעשטעלטע’ פּראָגראַמען (EAP) קענען זײן פאַרשידן, אָבער זײ אָפט שליסן אײן קאַונסעלינג פאַר סטרעס, אומרואיגקײט און דעפּרעסיע.

אױב איר קריגט געדאַנקען פון זעלבסטמאָרד חלילה, קריגט הילף װאָס אַמשנעלסטן. איר קענט רופן די נאַציאָנאַלע זעלבסטמאָרד פאַרמײדונג לײפלײן (National Suicide Prevention Lifeline) אױף 800-273-8255 אָדער באַזוכן זײער װעבסײט www.suicidepreventionlifeline.org זיך צו פאַרבינדן מיט אַ קאַונסעלאָר. די לײפלײן איז אָפן 24 שעה אַ טאָג, 7 טעג אַ װאָך.

 

רעסורסן אין MSK

עס מאַכט נישט אױס װאו איר זענט אױף די װעלט - חיזוק איז דאָ צו באַקומען פאַר אײך און אײער משפּחה. MSK טוט אָנבאָטן אַ רײע רעסורסן אײך צו העלפן זיך אַן עצה געבן מיט סטרעס און אומרואיגקײט פאַראורזאַכט פון COVID-19.

סאציאלע ארבעט
212-639-7020
www.mskcc.org/experience/patient-support/counseling/social-work-support
אונזערע סאציאלע ארבעטערס שטעלן צו עמאציאנאלע שטיצע און הדרכה פאר פאציענטן און זייערע פאמיליעס, פריינט, און קעיר געבער. סאָשעל אַרבעט טוט אָנבאָטן פּראָגראַמען, אַרײנגערעכנט סײ פּנים־אל־פּנים, סײ אָנלײן חיזוק גרופּעס. זײ קענען אױך העלפן מיט פּראַקטישע זאַכן אַזױװי טראַנספּאָרטאַציע צו און פון מעדיצינישע אַפּױנטמענטס, צײטװײליגע האַוזינג און פינאַנציעלע זאָרגן. סאָשעל אַרבעטערס זענען פאַראַן בײ יעדע MSK לאָקאַל. צו רעדן מיט אַ סאָשעל אַרבעטער, רופט 212-639-7020.

אױב איר זענט פאַראינטערעסירט זיך אָנצושליסן אין אַן אָנלײן חיזוק גרופּע, באַזוכט דעם װירטועלע פּראָגראַמען װעבסײט אױף www.mskcc.org/vp פאַר מער אינפאָרמאַציע און זיך אײנצושרײבן.

קאונסעלינג צענטער
646-888-0200
www.mskcc.org/experience/patient-support/counseling
אסאך מענטשן פילן אז קאונסעלינג העלפט זיי זיך ספראווען מיט זייערע געפילן דורכאויס קענסער באהאנדלונג. MSK’ס קאַונסעלאָרס שטעלן צו קאַונסעלינג פאַר יחידים, משפּחות, קעירגעבערס און גרופּעס. זײ קענען אױך פאַרשרײבן מעדיצינען צו העלפן מיט אומרואיגקײט, דעפּרעסיע, און אַנדערע פּראָבלעמען פון גײַסטישע געזונט. פאַר מער אינפאָרמאַציע, רופט 646-888-0200.

קעירגעבער קליניק
646-888-0200
www.mskcc.org/experience/caregivers-support/caregiver-services
ביי MSK, די קעירגעבער קליניק שטעלט צו שטיצע ספעציפיש פאר קעירגעבער וועלכע האבן שוועריגקייטן זיך ספראווען מיט די פאראנטווארטליכקייטן פון א קעירגעבער. פאַר מער אינפאָרמאַציע, רופט דעם אָפיס פון דר. עליסאָן עפּלבױם (Dr. Allison Applebaum) אױף 646-888-0200.

גייסטיגע קעיר
212-639-5982
www.mskcc.org/spiritual-religious-care
ביי MSK, טשאפלעינס (גייסטיגע פירער) זענען גרייט אייך צו אויסהערן, העלפן שטארקן משפחה מיטגלידער, דאווענען, אייך פארבינדן מיט קאמיוניטי קלערגי אדער גלויבונג גרופעס, אדער פשוט אייך צו בארואיגן און שטארקן גייסטיש. יעדער אײנער קען זיך זען מיט אַ טשעפּלען, אָפּגעװיזן פון זײער רעליגיע. MSK האָט אױך אַן אינטעררעליגיעזע טשעפּל װאָס איז אָפן פאַר אַלע. פאַר מער אינפאָרמאַציע, רופט 212-639-5982.

אינטעגראטיווע מעדעצין סערוויס
646-888-0800
www.mskcc.org/integrativemedicine
אינטעגראטיווע מעדעצין אינדערהיים איז א מעמבערשיפ-באזירטע פראגראם וואס שטעלט צו לייוו קלאסן דורך Zoom צו שטארקן אייער מח, קערפער און גייסט. אנדערע אָנליין סערוויסעס שליסען אַיין טעלעמעדיצינישע באַראַטונגען פון כעלטקער פּראַוויידערז, קרייַזן פאַר פּסיכיק און קערפּער, װאָרקשאָפּס, און פּריוואַטע טויגיקייט אָדער פּסיכיק און קערפּער שטונדעס צו דער פאַרפולקומונג פון (גייט צוזאמען מיט) טראדיציאנעלן מעדיצין קעייר. פּנים־אל־פּנים אַקופּונקטורע און מאַסאַזש טעראַפּיע איז דאָ צו באַקומען אין די בענדהעים אינטעגראַטיװע מעדיצין צענטער. אַקופּונקטורע איז אויך בנימצא אין אַלע MSK רעגיאָנאַלע לאָקאַציעס. פאַר מער אינפאָרמאַציע, רופט 646-888-0800.

פאציענט און קעירגעבער עדיוקעישאן
www.mskcc.org/pe
באזוכט די פאציענט און קעירגעבער עדיוקעישאן וועבזייטל צו זוכן אויף אונזער ווירטועל לייברערי. איר קענט דאָרט טרעפן שריפטליכע לערן רעסורסן, װידעאָס און אָנלײן פּראָגראַמען.

פאציענט און קעירגעבער שטיצע פראגראם
212-639-5007
www.mskcc.org/experience/patient-support/counseling/support-groups-programs/patient-patient-support
איר קענט זיך מעגליך שטארקן דורך רעדן מיט איינעם וואס איז אדורך אן ענליכע באהאנדלונג. דורך דעם פּאַציענט און קעירגעבער חיזוק פּראָגראַם קענט איר רעדן מיט געװעזענע פּאַציענטן און קעירגעבערס. זײ קענען מיט אײך פּערזענליך רעדן, אױפ’ן טעלעפאָן אָדער דורך אימעל. פאַר מער אינפאָרמאַציע, רופט 212-639-5007 אָדער שיקט אַן אימעיל צו [email protected].

ריסאורסעס פאר’ן לעבן נאך קענסער ( Resources for Life After Cancer, RLAC)
646-888-8106
www.mskcc.org/experience/living-beyond-cancer/services-survivors
ביי MSK, קעיר ענדיגט זיך נישט ווען אייער באהאנדלונג ענדיגט זיך. דער RLAC פּראָגראַם איז פאַר פּאַציענטן און זײערע משפּחות װאָס האָבן פאַרענדיגט די באַהאַנדלונג. דער פּראָגראַם האָט פילע סערװיסעס, אַרײנגערעכנט סעמינאַרן, װאָרקשאָפּס, חיזוק גרופּעס, קאַונסעלינג איבער לעבן נאָך באַהאַנדלונג, און הילף מיט אינשורענס און עמפּלױמענט אישוס. פאַר מער אינפאָרמאַציע, רופט 646-888-8106.

ווירטועל פראגראמען
www.mskcc.org/vp
MSK’ס ווירטועל פראגראמען שטעלן צו אנליין עדיוקעישאן און שטיצע פאר פאציענטן און קעירגעבערס, אפילו ווען איר קענט נישט קומען צו MSK פערזענליך. דורך לײװ אינטעראַקטיװע סעשאַנס קענט איר זיך לערנען איבער אײער דיאַגנאָז, װאָס צו ערװאַרטן במשך באַהאַנדלונג און װיאַזױ זיך צוגרײטן צו די פאַרשידענע שטאַפּלען אין אײער קענסער קעיר. סעשאַנס זענען קאָנפידענציעל, פרײ פון אָפּצאָל און װערן געפירט דורך קלינישע עקספּערטן. אױב איר זענט פאַראינטערעסירט זיך אָנשליסן אין אַ װירטועלע פּראָגראַם, באַזוכט אונזער װעבסײט אױף www.mskcc.org/vp פאַר מער אינפאָרמאַציע.

Last Updated